‎‏אַז גאָט װיל שיסט אַ בעזעם‏‎

‎‏די פּאַרשױנען׃‏‎

‎‏מצות‏‎
‎‏אַרבע־כּוסות‏‎
‎‏פּסחיקע שמאַלץ‏‎
‎‏אײער‏‎
‎‏ריב­אײַזן‏‎
‎‏קאָכלעפֿל‏‎
‎‏דײזשע באָרשט‏‎
‎‏בעזעם‏‎
‎‏קאַץ‏‎
‎‏בעל־הבית‏‎
‎‏בעל־הביתטע‏‎

‎‏אָרט ־ אין שפּיזאַרניע‏‎
‎‏צײַט ־ ערבֿ־פּסח‏‎

‎‏אײער [צו די מצות]׃ זײַט זשע מוחל. װען האָבן מיר פּסח?‏‎

?‎‏מצות [צו די אײער]׃ װאָס איז דען

‏‎‎‏אײער׃ גאָרנישט, גלאַט אַזױ. עס איז אונדז נימאס געװאָרן צו ליגן אָט דאָ, אין דער שפּיזאַרניע. מיר װאָלטן שױן גערן דערלעבן פּסח.‏‎

‎‏מצות׃ ציקאַװע ביצים! מיר ליגן דאָ פֿון נאָך פּורים אָן.‏‎

‎‏שמאַלץ׃ פֿון נאָך פּורים? אַ טײַערע מציאה! איך שטײ נאָך פֿון פֿאַר חנוכּה.‏‎

‎‏באָרשט׃ און מיך האָט מען דאָ אַװעקגעשטעלט באַלד נאָך סוכּות. ס׳איז מיר שױן אַזױ אומעטיק, אַז איך האָב , דאַכט מיר, געכאַפּט אַ שימל.‏‎

‎‏כּוסות׃ למאַי אָט שטײען מיר דאָ פֿון פֿאַראַ­יאָרן?‏‎

‎‏קאָכלעפֿל׃ הײַנט װאָס זאָל איך שױן זאָגן? איך בין עלטער פֿון אײַך אַלעמען. איך בין דאָ אַ קאָכלעפֿל פֿון זינט דער בעל־הבית מיט דער בעל־הביתטע האָבן חתונה געהאַט.‏‎‎

ריב­אײַזן׃ אָבער טאַקע נישט מער װי אַ ״קאָכלעפֿל״...‏‎

‎‏קאָכלעפֿל [בײז]׃ הער נאָר, דו בלעכענע כּלי, װאָס ביסטו דאָ פֿאַר אַ מאַכער?‏‎

‎‏ריב­אײַזן׃ מער מאַכער פֿון דיר. װען ניט איך, װוּ װאָלט מען נעמען מרור צום סדר?‏‎

‎‏בעזעם [ציט אױס אַ געלעכטער פֿון װינקעלע]׃ כי־כי־כי!‏‎

‎‏כּוסות [אײנס צו דאָס אַנדערע]׃ װער כיכיקעט דאָס?‏‎

‎‏מצות [צו די כּוסות]׃ ס׳איז דער בעזעם. דאַכט זיך, אַזאַ בעזעם װאָלט געמעגט האָבן דרך־ארץ כאָטש פֿאַר אונדז, מצות?‏‎

‎‏אײער׃ װאָס עפּעס פֿאַר אײַך? און װוּ זענען מיר?‏‎

‎‏מצות [מיט גדלות]׃ װאָס איז מיט אײַך דער ייִחוס? מע עסט אײַך דען ניט אַ גאַנץ יאָר?‏‎

‎‏אײער׃ פֿרעגט זשע אָבער די בעלי־בתּים, װאָס פֿאַר אַ טעם האָבן מצות אָן אײער?‏‎

‎‏שמאַלץ׃ און װאָס איז מצות מיט אײער אָן שמאַלץ?‏‎

‎‏באָרשט׃ מאָלט אײַך, אַז איך בין אַ ביסל נײטיקער פֿון אײַך אַלעמען. אײַך, אײער און שמאַלץ, באַנוצט מען נאָר פֿון יוצא װעגן, און אָן מיר קאָן מען פּסח זיך ניט באַגײן. פֿרעגט אױף אַ ציקאַװעסט די מצות, װאָס פֿאַר אַ טעם האָבן זײ, אַז מע בראָקט זײ אין באָרשט אַרײַן.‏‎

‎‏מצות׃ װאָס אמת איז אמת. מיר װאָלטן אָבער װעלן װיסן, װאָס פֿאַר אַ טעם װאָלט געהאַט אַ פּסח־באָרשט אָן אונדז, אָנגעבראָקטע מצה?‏‎

‎‏אײער׃ אָדער װען מע זאָל דעם באָרשט ניט פֿאַרװײַסן מיט אַן אײ?‏‎

‎‏שמאַלץ׃ און מע זאָל ניט אַרײַנטון קײן לעפֿל שמאַלץ?‏‎

‎‏קאָכלעפֿל׃ און מיך האָט איר פֿאַרגעסן?‏‎

‎‏ריב­אײַזן׃ קאָכלעפֿל איז אומעטום אַ קאָכלעפֿל!...‏‎

‎‏קאָכלעפֿל [אין כּעס]׃ בלעכענער שלימזל! װעסט ניט אַנטשטומט װערן?‏‎

‎‏בעזעם [לאַכט פֿון װינקעלע אַרױס]׃ כי־כי־כי!...‏‎

‎‏כּוסות׃ װידער כיכיקעט ער, דער בעזעם?‏‎

‎‏מצות׃ אַ[ן] אידיאָט!‏‎

‎‏אײער׃ ניט אַזאַ[ן] אידיאָט, װי אַן עזות־פּנים!...‏‎

‎‏שמאַלץ׃ און װאָס דאַרף מען, אַ שטײגער, אַ בעזעם אױף פּסח?‏‎

‎‏באָרשט׃ אױף סיס־סאָט כּפּרות!‏‎

‎‏ריבאײַזן׃ פֿאַרנעמט אומזיסט אַן אָרט אין שאַפֿע.‏‎

‎‏קאָכלעפֿל׃ טאָמער איז דאָ קאַרג ענג... מע װערט דערשטיקט אָט דאָ בײַ זײ אין שפּיזאַרניע... איך װעל פּרוּװן עפֿענען די טיר... [עפֿנט אַ האַלב טירל]‏‎

‎‏שמאַלץ [צום קאָכלעפֿל]׃ װאָס טוט איר? איר װילט, ס׳זאָל אַרײַן די קאַץ? זי װעט חלילה מאַכן פֿון אונדז אַלעמען אַ תּל!‏‎

‎‏מצות׃ מיר האָבן קײן מורא ניט פֿאַר קײן קאַץ.‏‎

‎‏אײער׃ מיר אױך ניט.‏‎

‎‏כּוסות׃ מיר אַװדאי ניט.‏‎

‎‏ריב­אײַזן׃ און איך אַװדאי און אַװדאי ניט!‏‎

‎‏קאָכלעפֿל׃ איך הער זי, װי די קאַץ!...‏‎

‎‏באָרשט׃ אַפֿילו איך הער זי אױך אין טראָק . אָט איז זי, די מחותּנתטע! [עס קומט אַרײַן די קאַץ, קוקט זיך אַרום און מרוקעט]‏‎

‎‏קאַץ׃ מוררררר...‏‎

 גאַסט! ‎‏מצות׃ ברוך־הבאָ, אַ

‎‏כּוסות׃ סקאָצל קומט.‏‎

‎‏אײער׃ מע זאָל דערמאָנען משיחן.‏‎

‎‏ריב­אײַזן׃ זעט נאָר, זי גײט אין זאָקן!...‏‎

‎‏קאָכלעפֿל׃ דאָס האָט איר די בעל־הביתטע אָנגעטאָן זאָקן, זי זאָ, חלילה ניט חמצדיק מאַכן דאָס זאַלצברעטל.‏‎

בעסער געװען פֿאַרשליסן די קאַץ אין אַ באַזונדערן חדר, אײדער אָנטון איר זאָקן אױף די פֿיס. אַ נאַרישע בעל־הביתטע בײַ אונדז!... ‎‏באָרשט׃

   מצות׃ זעט נאָר, װי זי שמעקט מיט דער נאָז, די גנבֿטע!...‏‎

‎‏כּוסות׃ אינטערעסאַנט צו זען, װוּהין װעט זי גײן פֿריִער.‏‎

!‏‎‎‏ריב­אײַזן׃ זעט נאָר, זי לעקט שױן

‎  אײער׃ נישט קײן נאַרישע קאַץ, כ׳לעבן. זי קריכט גלײַך צו דער שמאַלץ, װי מיר זענען ביצים אױף דער װעלט! אָבער גלײַך צו דער שמאַלץ!

זי פֿרעסט, די זולל־וסובֿאניצע!‏‎‎‏קאָכלעפֿל׃ אַ חידוש, װאָס די שמאַלץ לאָזט זיך אַזױ אומפֿאַרשעמט באַהאַנדלען!...‏‎

‎‏באָרשט׃ װאָס זאָל זי נעבעך טאָן? שולדיק איז די בעל־הביתטע. האָט זי געזאָלט פֿאַרשליסן די שאַפֿע פֿון יענער זײַט. ניט אומזיסט זאָגט די װעלט אַ װערטל׃ אַז די בעל־הביתע איז אַ שלימזלניצע, איז די קאַץ אַ נאַשערין.‏‎

‎‏בעזעם [שיסט אױס אַ געלעכטער]׃ כאַ־כאַ־כאַ! [פֿאַרן געלעכטער שרעקט זיך די קאַץ איבער, טוט אַ שפּרונג, קערט איבער דעם טאָפּ מיט שמאַלץ, װעלכער פֿאַרטשעפּעט די אײער, די כּוסות מיט די מצות, און צוזאַמען מיט זײ פֿאַלט אום די גאַנצע שאַפֿע, און עס װערט אױף דער ערד אַ מישמאַש פֿון פּסחיקע באָרשט, מיט פֿאַרנעצטער מצה, מיט צעשלאָגענע אײער, מיט צעבראָכענע כּוסות, מיט שמאַלץ, מיט אַ ריב­אײַזן און אַ קאָכלעפֿל אױך בתוכם. געבליבן איז בײַ דער זײַט נאָר דער בעזעם. ־ דער קלאַפּ פֿון דער שאַפֿע לאָזט זיך הערן אין שטוב. עס קומען צו לױפֿן, ניט טױט, ניט לעבעדיק, די בעל־הביתטע מיטן בעל־הבית]‏‎

‎‏בעל־הבית׃ װאָס איז דאָ געשען? [בלײַבט שטײן װי אַ געלײמטער]‏‎

‎‏בעל־הביתטע [ברעכט די הענט]׃ אַ דונער האָט מיך דערשלאָגן! דער גאַנצער פּסח איז חרובֿ געװאָרן! [װײנט. דער בעל־הבית זיפֿצט. אין דרױסן פֿײַפֿט דער װינט. דורכן פֿענצטער גנבֿעט זיך אַרײַן אַ טױטער שטראַל פֿון דער קאַלטער לבֿנה. אין װינקעלע זיצט די קאַץ און באַלעקט זיך. די שטימונג איז אַ העכסט דעקאַדענטישע]‏‎

‎‏בעל־הבית [מיט אַן אונטערערדישער שטים, װי פֿון קבֿר]׃ װאָס טוט מען?‏‎

[‎‏בעל־הביתטע [װישט אױס די אױגן]׃ קודם דאַרף מען נעמען דעם בעזעם און אױפֿראַמען דעם הקדש... [נעמט דעם בעזעם און קער

‏‎‏‎‎‏בעזעם [צום גאַנץ ביסל מיסט]׃ נו? הײַנט זעט איר שױן? אַז גאָט װיל שיסט אַ בעזעם!...‏‎

‎‏פֿאָרהאַנג‏‎